גלען אַליווער, אן איינוואוינער אין פּיקערינג, אַנטעריאָ, האט זיך איינגעפירט אן אינטערעסאנטן מנהג. יעדן טאג, ביים זיך אפשטעלן קויפן עפעס איבערצובייסן אין אן ארטיגן "דרייוו-טרו", האט ער באצאלט א קאווע פאר דעם וואס איז געזעצן אינעם קאר הינטער אים.

ער האט דאס געטאן סתם פאר'ן סיפוק וואס דאס צושטעלן עסן פאר א צווייטן מענטש ברענגט, אבער אומדירעקט האט ער באוויזן צו ראטעווען א מענטשליכן לעבן מיט זיין מנהג.

דאס איז געווען ווען עמיצער, וועמען דער גורל האט באשערט גאר א שווערן דורכגאנג אין לעבן, האט באשלאסן צו ענדיגן די צרות און ווייטאגן איינמאל פאר אלעמאל. יענער האט זיך איין אינדערפרי אריינגעזעצט אין קאר און באשלאסן אז נאכ'ן פארענדיגן ערלעדיגן עטליכע זאכן, וועט ער סוף פון זעלבן טאג באגיין זעלבסמארד.

דער מענטש האט אויפ'ן וועג באשלאסן זיך אפצושטעלן ביי יענעם זעלבן דרייוו-טרו, און צום מזל איז אים אויסגעקומען צו שטיין אין דער שורה פונקט הינטער אליווער. ווען ס'איז אנגעקומען זיין ריי, האט יענער אומגליקליכער מאן זיך באשטעלט א קאווע, וואס דער פארקויפער האט אים דערלאנגט מיט א באמערקונג, אז "דער וואס איז דא געווען א רגע צוריק האט באצאלט פאר אייער קאווע, און מיר געבעטן אייך איבערצוגעבן א ווינטש אז איר זאלט האבן א גוטן טאג."

"איך האב נישט געקענט פארשטיין דעם פשט -- פונקט איך, און דווקא היינט," האט דער יעניגער דערציילט אין אן אנאנימען בריוו וואס ער האט שפעטער אפגעשיקט צו א לאקאלער צייטונג, "פיקערינג ניוז אדווערטייזער".

דער מאן איז זייער בארירט געווארן פונעם חסד וואס דער אומבאקאנטער מענטש האט אים געטאן, און האט באשלאסן אויפ'ן פלאץ צו בייטן זיינע פלענער. ער האט זיך אויסגעדרייט און צוריק אהיימגעפארן, און פונקט איז א שכן אנגעקומען מיט זיין גראסערי-ארדער. דער מאן האט פארגעשלאגן פאר'ן עלטערן שכן זיינעם אים צו העלפן אריינטראגן דאס געפעק אין שטוב, און נאכ'ן פארענדיגן האט ער זיך געפילט היפש בעסער. ער האט זיך געשטארקט, זיך געוואנדן צו פריינט און באקאנטע אים צו העלפן אין זיין שווערן מצב, און מיט א שטיק צייט שפעטער האט ער זיך באוויזן מסדר צו זיין אין לעבן.

"איך דאנק אייך פון די טיפענישן פון הארץ," האט יענער בריוו אויסגעפירט צום אומבאקאנטן בעל טובה זיינעם, "און כ'האב געוואלט איר זאלט וויסן אז די טובה וואס איר האט געטאן האט מיר געראטעוועט דאס לעבן."

בילד: געראטעוועט א לעבן מיט א קאווע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל