פלעטבוש – א פרישע טראגעדיע האט באטראפן כלל ישראל, ווען 4 אידישע נפשות, א מאמע מיט דריי פון אירע קינדער, זענען נעבעך אומגעקומען פון א פייער פון ברוקלין – און אויסער דעם איז דער פאטער דער ראש המשפחה און 4 קינדער פארוואונדעט, עטליכע פון זיי אין א קריטישן צושטאנד.

דאס פייער האט אויסגעבראכן פון א חנוכה מנורה אין דער היים פון משפחת אזאן הי"ו אויף דער פערצנטער גאס אין פלעטבוש, אינמיטן דער נאכט בעת די גאנצע פאמיליע איז שוין געשלאפן. ווען א שכן האט זיך אויפגעוועקט און געזען די העלישע פלאמען, האט ער באלד אלארמירט די פייערלעשער, וועלכע זענען אנגעקומען ביז 2 און א האלב מינוט.

ליידער איז שוין דאס גאנצע הויז, אלע דריי שטאקן, געווען פארכאפט אין די פלאמען. דער פאטער, ר' יוסף אזאן לרפו"ש, האט באוויזן ארויסצולויפן, אבער פון גרויס פארלוירנקייט איז ער צוריק אריינגעלאפן אינעם ברענענדיגן הויז, פרובירנדיג צו ראטעווען זיין פרוי און קינדער, אבער ליידער איז פאר טייל פון זיי שוין געווען צו שפעט.

ווען דאס ניו יארקער אידנטום איז אויפגעשטאנען נעכטן אינדערפרי, האט מען געהערט די שרעקליכע נייעס, אז די מוטער מרת עליזה ע"ה און די 3 קינדער משה ע"ה (11 יאר), יצחק ע"ה (7 יאר) און הנריטה ע"ה (3 יאר) האבן אויסגעהויכט זייערע טייערע נשמות אינעם העלישן פייער.

אויסער די אומגעקומענע ע"ה, זענען עטליכע פארוואונדעט געווארן, 3 זענען קינדער פון די שווער-באטראפענע משפחת אזאן, שילת בת עליזה לרפו"ש, דניאל בן עליזה לרפו"ש און אברהם בן עליזה לרפו"ש, און א פערטע קינד איז א קרוב וועלכע איז איינגעשטאנען ביי דער אזאן פאמיליע.

די טראגישע נייעס האט באטראפן אידן אומעטום מיט ערנסטע שאק און טרייסל, און א טרויער האט יעדן ארומגענומען, הערנדיג פון אזא פלוצימדיגן פארלוסט פון 4 פרישע נפשות צו א הויז פייער, וואס איז שוין ליידער די דריטע ערנסטע פייער טראגעדיע אינעם ברוקלין ראיאן אין ווייניגער ווי 3 יאר.

כלל ישראל אומעטום רייסט איין פאר דער רפואה פון די פייער פארוואונדעטע, בתוך שאר חולי ישראל, און מען בעט פון הארצן טיפן, עליהם השלם כל הקרבנות כולם, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.

בילד: שרעקליכע פייער אין ברוקלין שניידט אוועק 4 אידישע נפשות ע"ה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל