פיאנגיענג – דער צפון קארעאר רעזשים האט נעכטן פובליצירט צענדליגער בילדער פון איר ניי-אנטוויקלטן "אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל", וואס זי האט צום ערשטן מאל אויספרובירט די וואך דינסטאג, און די בילדער צייגן פארשידענע אינטערעסאנטע, און שרעקעדיגע, דעטאלן איבער דער מעגליכקייט פונעם מיסיל, און צי עס קען טאקע דערגרייכן אויף גאנץ אמעריקע. מערב וועלט מיסיל עקספערטן זאגן אז פון די בילדער זעט מען אז דער "האוסאונג-15" פארמאגט א "מאביל ארויפשיס פלאטפארמע", וואס באדייט אז דער מיסיל ווערט נישט אראפגעשטעלט אויף איין ארט און פון דארטן ווערט עס ארויפגעשאסן, נאר דאס ארטיגע מיליטער קען ארומרוקן דעם מיסיל אויף א פארנדיגער ארויפשיס פלאטפארמע, און עס רוקן שנעל פון איין לאקאציע צו א צווייטן, וואס מאכט שווערער אויב אמעריקע וויל פארניכטן דעם מיסיל איידער צפון קארעא קען עס ארויסשיסן. צפון קארעא זאגט אויך אז דער "האוסאונג-15" קען טראגן נוקלעארע וואפנס אויף זיך און גרייכן גאנץ אמעריקע, אבער די עקספערטן זאגן אז פון די בילדער זעט מען אז זיי האבן מעגליך נאכנישט אזעלכע גוטע אויסגעארבעטע און לייכט-וואגיקע נוקלעארע וואפנס עס צו קענען ליפערן אויף גאנץ אמעריקע.

בילד: צפון קארעא'ס "האוסאנג-15" מיסיל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל