וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז דער רעפובליקאנער ניו דזשערסי קאנגרעסמאן פרענק לאביאנדא וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין יאר 18', נאר ער וועט רעטייערן פון קאנגרעס. זיין מעלדונג קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס דער רעפובליקאנער טעקסאס קאנגרעסמאן לאמאר סמיט האט אויך געמאלדן זיין רעטייערמענט פון קאנגרעס. אלעס אינאיינעם זענען שוין פארהאן א ליסטע פון צוועלף אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט וועלכע גייען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג, און דאקעגן האט דערווייל בלויז איין אמטירנדער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. פאליטישע אנאליסטן זאגן אז די אלע רעטייערמענטס קומען צוליב וואס די רעפובליקאנער קאנגרעסלייט זענען באזארגט אז זיי וועלן פארלירן זייערע פארמעסטן צו זייערע דעמאקראטישע קעגנער, און די אנאליסטן זאגן אויך אז מיט די אלע רעטייערמענטס, ווערן בעסער און בעסער די שאנסן פאר די דעמאקראטן צו פארכאפן קאנגרעס קאנטראל ביי די מידטוירם וואלן קומענדיגן יאר. נעיט קאהן, פון "פייוו טוירטי עיט", צייגט אן אז די 12 רעטייערמענטס זענען פונקט אין די 12 רעפובליקאנער דיסטריקטס, וועלכע זענען דאס מערסטע אויסן זיך צו טוישן אלס דעמאקראטישע דיסטריקטס.

בילד: נאך רעפובליקאנער אנטלויפן פון קאנגרעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל