וואשינגטאן – די איראנער רעגירונג ווערט שטארק אראפגעריסן און פארדאמט גלאבאל, פאר'ן אנהאלטן זייער שטיצע פאר די האוטי רעבעלן אין תימן, וואס דערמיט ווערט נאר ערגער און בלוטיגער דער אנגייענדיגער בירגער קריג אין לאנד. די רעבעלן האבן פארלאפענעם שבת ארויסגעשאסן א מיסיל פון תימן אין ריכטונג פון סאודי אראביע – וועלכע פירט אן אקטיוון מיליטערישן קאמף קעגן די רעבעלן – און לויט ווי סאודיער אויטאריטעטן האבן געזאגט, האט דער מיסיל געצילט איינס פון אירע גרעסטע לופטפעלדער, נאר איז אראפגעשאסן געווארן סוקסעספול. נעכטן האט מען געהערט פון די אמעריקאנער יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי, וועלכע האט אויפגעטרעטן אינעם יו-ען מיט א פארלאנג אז די יו-ען זיכערהייט קאונסיל זאל נעמען פרישע שריט קעגן איראן, זאגנדיג אז אמעריקע האלט אז איראן האט צוגעשטעלט דער מיסיל פאר די רעבעלן, און דערמיט האט די איראנער רעגירונג געבראכן צוויי יו-ען רעזאלוציעס.

בילד: טראמפ וויל פרישע שטראפן קעגן איראן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל