וואשינגטאן – נעכטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פאראייניגטע שטאטן איז פארבליבן דאס איינציגסטע לאנד וועלכע איז נישט אנגעשלאסן אינעם "פאריז קלימאט טויש אפמאך", נאכדעם וואס טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע פונעם אפמאך. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט נעכטן, ווען די סירישע רעגירונג האט געמאלדן ביי יו-ען קלימאט טויש געשפרעכן אז זיי וועלן זיך אנשליסן אינעם פאריז אפמאך, וועלכע צילט צו שניידן די מאס שעדליכע גאזן וואס ווערן ארויסגעגעבן דורך די אינדוסטריעס און פאבריקן אין אלע לענדער. (הבחור הזעצער: זעט זיך אויס אז זיך צו זארגן פאר'ן וואוילזיין פון גראזלעך און באשעפענישן איז פאר דעם סירישן ברוטאלן רעזשים וויכטיגער ווי זיך צו קימערן מיט די זארגן פון אירע בירגער...)

דאס ווייסע הויז האט רעאגירט צו אנפראגעס, זאגנדיג אז אמעריקע איז גרייט זיך צוריק אנצושליסן אינעם אפמאך, אויב מען ארבעט איבער דעם דיעל, אז עס זאל זיך בעסער לוינען פאר אמעריקע.

בילד: אמעריקע, איינציגסטע נישט אין פאריז אפמאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל