וואשינגטאן – נעכטן האט דער קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע פובליצירט א גענויעם טראנסקריפט, פון אן אויפטריט וואס דער געוועזענער טראמפ קאמפיין ראטגעבער קארטער פעידזש האט געגעבן פאר זיי מיט א וואך צוריק. ווי עס שטעלט זיך ארויס פונעם טראנסקריפט, האט פעידזש'ס פארהער געדויערט 6 און א האלב שעה, און ער האט דערציילט גאר א סאך זאפטיגע דעטאלן איבער זיינע קאמיוניקאציעס מיט רוסישע באאמטע אין לויף פונעם קאמפיין סעזאן. פעידזש האט געזאגט פאר די קאנגרעסלייט אז די סאמע העכסטע באאמטע פונעם טראמפ קאמפיין האבן פונקטליך געוואוסט איבער זיין רייזע קיין מאסקווע, וואס ער האט געמאכט אינמיטן יאר 16', און די קאמפיין באאמטע האבן באקומען א פונקטליכן באריכט איבער זיין רייזע, נאכדעם וואס ער איז צוריקגעקומען פון מאסקווע. פעידזש האט דערציילט אז ער האט געבעטן רשות פונעם קאמפיין צו פארן קיין רוסלאנד, און דער דעמאלטדיגער קאמפיין מענעדזשער קאורי לאוואנדאוסקי האט אים געגעבן דעם "אקעי" אבער זיך אויסגענומען מיט אים אז עס זאל גארנישט האבן מיט זיין ארבעט פאר'ן קאמפיין.

זעה טראנסקריפט

בילד: קארטער פעידזש רעדט צו קאנגרעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל