ליטשפיעלד – די אידישע געמיינדע אין ליטשפיעלד, קאנעטיקוט, האט מיט פרייד באגריסט דעם אורטייל פון א ריכטער וועלכע האט געזאגט אז די געמיינדע קען אוועקשטעלן א נייעם ביהמ"ד אין שטאט. די קהילה האט מיט צען יאר צוריק אפגעקויפט א היסטארישע אלטע "וויקטאריע" סארט הויז אין ליטשפיעלד, און האט אריינגעגעבן די פלענער צו בויען דארטן א שוהל און א דירה פאר'ן רב ר' יוסף אייזענבאך הי"ו, אבער די "היסטאריק דיסטריקט קאמיסיע" פון ליטשפיעלד האט באלד ארויסגעצייגט אפאזיציע צום פלאן, זאגנדיג אין איר ענדגילטיגן באשלוס אז די פלענער צו טראנספארמירן דעם היסטארישן הויז אלס א שוהל און א גאנצן אידישן צענטער, איז צו גרויס און וועט אוועקנעמען פון דער שיינקייט און היסטארישקייט פונעם גאנצן אומגעגנט. די קהילה האט דאן אריינגעגעבן א פעדעראלע אנקלאגע, זאגנדיג אז די ליטשפיעלד קאמיסיע האט בלויז ארויסגעווארפן די אפליקאציע פאר רעליגיעזע סיבות און זי טוט דיסקרימינירן קעגן די אידישע איינוואוינער. דער געריכטליכער קאמף האט זיך געצויגן ביז יעצט, ווען פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין דזשענעט האלל האט געאורטיילט אז דער נייער שוהל קען געבויט ווערן, און בלויז געזאגט אז די דירה פאר'ן רב זאל נישט אוועקגעשטעלט ווערן אין דער געביידע, ווייל דאס האט סייווי גארנישט מיט רעליגיע.

בילד: קאנעטיקוט ריכטער לטובת נייעם ביהמ"ד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל