דינסטאג  9:15 צופרי איז די פייער דעפארטמענט אנגעקומען צו די צוויי אלארם פייער וואס האט געברענט אין די “קהל עדת כל בני ישראל” בית המדרש וואס געפונט זיך אויף 45 פעטשען סט, נעבן גרין עוועניו, אין די בעדפארד-סטאיוועסענט געגנט אין ברוקלין.

בילדער צייגן ווי די פייער צינגען רייסן זיך ארויס פון די דאך. די פייער דעפארטמענט האט ארויסגעצויגן אלע מעמבערס פון אינעווייניג, און האבן באקעמפט די פייער פון אינדרויסן, מיט הויכע לייטערס, און אנדערע מיטלען. איינער פון די בילדער צייגן ווי א חלק פון די בית המדרש איז געווען אונטער קאנסטרוקציע.

עס איז אומקלאר וויפיל שאדן די בית המדרש האט געהאט.

1:17 די פאליציי האבן דורכגעפירט אן ארעסט אויף אן עלטערער פארשוין מיט פארדאכטן און האבן דורכגעפירט דעם פייער.

בילד: פייער ברעכט אויס אין בית המדרש “קהל עדת בני ישראל” אין ברוקלין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל