ברוך דיין האמת

אין בני ברק איז פרייטיג נפטר געווארן הרה"ח רבי שמואל שמריה היינה זצ"ל מחשובי חסידי גור אין טיפן עלטער פון 91 יאר.

דער נפטר איז געבוירן געווארן אין פוילן אום א' שבט תרפ"ו, צו זיין טאטע הרה"ח רבי יהודה אריה היינה זצ"ל און זיין מאמע מרת דבורה ע"ה. זיין זיידע (טאטע'ס טאטע) הרה"ח רבי יצחק פישל היינה זצ"ל איז געווען אן איידעם ביים הייליגן 'אמרי אמת' פון גור זי"ע.

דער נפטר איז געווען א געהויבענער איד, א שריד לדור דעה, געווען א מתמיד עצום וואס האט עוסק געווען לילות כימים בתורה בתפילה ובגמילות חסדים. אזוי אויך האט ער אויפגעשטעלט די גמ"ח עזר נישואין 'בית ישראל'.

אלס עלסטער אור אייניקל פונעם 'אמת אמת' זי"ע איז ער געווען גאר נאנט מיט זיין עלטער זיידע דעם 'אמרי אמת' זי"ע. יבדלחט"א האדמו"ר מגור שליט"א פלעגט אים קומען אסאך באזוכן אין זיין הויז אויף רחוב סמטת אפרים אין בני ברק.

זיין לוויה איז ארויס פרייטאג אום 2:00 נאכמיטאג (א"י זייגער) פונעם גורער שטיבל אויף רחוב יהושע אין בני ברק און ער איז געברענגט געווארן לקבורה אינעם ביה"ח אין בני ברק.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בילד: הרה"ח רבי שמואל שמריה היינה זצ"ל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל