ברוך דיין האמת

אין ניו דזשערזי איז נפטר געווארן פארגאנגענעם מיטוואך הרב הגאון רבי זאב טיקוצקי זצ"ל דער שווער פון יבדלחט"א הרב הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ר"י 'בית מדרש גבוה' אין לעיקוואד אין הויכן עלטער פון 88 יאר.

דער נפטר זצ"ל איז געווען משרידי תלמידי ישיבת מיר אין שאנכיי און פון די עלסטע תלמידים פון הרה"ג רבי אהרן קאטלער זצ"ל.

זיין גאנץ לעבן איז ער געזעצן על התורה און איז געווען באקאנט אלס א תלמיד חכם עצום לצד זיין הרבצת התורה. פאר 10 יאר צוריק איז ער אריבער וואוינען פון ניו יארק קיין לעיקוואד.

זיין לוויה איז פארגעקומען מיטוואך 4:00 נאכמיטאג פון בית מדרש גבוה אין לעיקוואד און ער איז געברענגט געווארן לקבורה אינעם ביה"ח אין ניו דזשערזי.

ער האט איבערגעלאזט א דור ישרים און צווישן זיי זיין גרויסער איידעם הרה"ג רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ר"י 'בית מדרש גבוה' אין לעיקוואד.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בילד: הגאון רבי זאב טיקוצקי זצ"ל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל