וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט געשיקט א שארפע ווארענונג פאר דער פאקיסטאנער רעגירונג, נאכדעם וואס פאקיסטאן האט באפרייט דעם טעראריסט וועלכער ווערט באטראכט אלס דער מייסטערקאפ פון די ברוטאלע מומביי טעראר אטאקעס פון יאר 08', וואו עטליכע אידן הי"ד זענען אומגעקומען.

פאקיסטאן האט מיט עטליכע טעג צוריק באפרייט דעם טעראריסט האפיז סאאיד אכמעד, נאכדעם וואס ער איז געזעסן די לעצטע צען מאנאטן אונטער הויז-ארעסט. די באפרייאונג איז פארארדנט געווארן דורך א פאקיסטאנער געריכט, וועלכע האט געזאגט אז ס'זענען נישטא גענוג באווייזן אז אכמעד האט געשפילט א ראלע אין די מומביי אטאקעס.

די אמעריקאנער רעגירונג האט רעאגירט צו דער באפרייאונג, דערמאנענדיג פאקיסטאן אז אמעריקע האט נאך אלץ א צען מיליאן דאלערדיגן באלוין אויף אכמעד'ס קאפ, און אמעריקע ווארנט אז פאקיסטאן וועט ליידן ערנסטע קאנסעקווענצן, סיי מיט זייערע באציאונגען מיט אמעריקע, און סיי מיט פאקיסטאן'ס גלאבאלע רעפוטאציע, אויב וועלן זיי נישט ווידער ארעסטירן אכמעד.

דעם מוסלעמענער טעראריסט, האפיז סאאיד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל