עגיפטן – א מאסיווע טעראר אטאקע האט פאסירט פרייטאג אין עגיפטן - ווי באריכטעט - ווען טעראריסטן זענען איבערגעפאלן אן אנגעפילטן מעטשעט און דורכגעפירט שיסערייען און אויפרייסן, אומברענגענדיג מער ווי 305 מענטשן. די אטאקע האט פאסירט ביים "ביר על אבעד" מעטשעט אין צפון סיני, וואו די טעראריסטן זענען אנגעקומען מיט 4 טרעקלעך. זיי האבן איינגעפלאנצט אויפרייס מאטעריאל און באמבעס ארום דעם מעטשעט, און האבן דאן אנגעהויבן שיסן מיט מיליטערישע רעוואלווערס אויף די הונדערטער פארזאמלטע אינעווייניג. דערנאך, ווען מענטשן האבן אנגעהויבן ארויסלויפן פונעם מעטשעט, האבן אנדערע טעראריסטן אפגעווארט און געשאסן אויף די וועלכע האבן פרובירט צו אנטלויפן. דער עגיפטישער פרעזידענט אבדעל פאטאח על סיסי האט גאר שארף פארדאמט די אטאקע, און די עגיפטישע רעגירונג האט ארויסגעברענגט אז ס'איז די ערגסטע און טויטליכסטע אזא סארט אטאקע אין עגיפטן'ס לעצטיגע היסטאריע. אייסיס האט דערווייל נישט אפיציעל גענומען פאראנטווארטליכקייט, אבער עגיפטישע פאליציי זאגן אז די טעראריסטן האבן געפאכעט מיט אייסיס פענער דורכאויס דער אטאקע.

זעה בילדער, מאפע, ווידיאס

בילד: טויטליכע אטאקע אין עגיפטישן מעטשעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל