דער פרעזידענט האט ווי באריכטעט אינטערווענירט ביים כינעזער פרעזידענט צו באפרייען 3 אמעריקאנער ספארטסלער וועלכע זענען ארעסטירט געווארן איבער אנגעבליך גנב׳נען אין א ארטיגע געשעפט, דער פרעזידענט האט באלד נאכ׳ן באריכטן דערוועגן געשריבן אז ער וואונדערט זיך ״אויב זיי וועלן אים באדאנקן דערפאר״ צוליב דעם וואס זיי געהערן צו ליבעראלע קרייזן. די דריי האבן טאקע עפנטליך באדאנקט דעם פרעזידענט פאר זיינע באמיאונגען זיי צו באפרייען, אבער נעכטן האט איינער פון די עלטערן זיך געלאזט הערן אין די פרעסע און אוועקגעמאכט דעם פרעזידענט׳ס בארימערייען איבער די באפרייאונג, דער פרעזידענט איז געווארן גאר אויפגעברויזט דערוועגן און אראפגעריסן די באפרייעטע אויף טוויטער זאגנדיג אז עס איז זיך זיי געקומען א טורמע שטראף, און אז אויב וואלט ער געוויסט אז איינער פון די עלטערן וועט זיין אזוי אומדאנקבאר וואלט ער זיי ליבערשט געזאלט שמאכטן אין טורמע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה