איין גרעניץ וועכטער איז ערמארדעט געווארן און נאך איינער איז שווער פארוואונדעט געווארן ביים וואכן דעם מעקסיקאנער גרעניץ און דערווייל ווייסט מען נאך נישט קיין דעטאלן איבער ווער עס איז געשטאנען אונטער דעם, און די בארדער קאנטראל האט איבערגעגעבן די אויספארשונג צו די עף-בי-איי. דער ווארטזאגער פאר די בארדער פאטראל האט אידענטיפצירט דעם אומגעקומענעם אגענט אלס ראגעליא מארטינזעז, 36 יאר אלט, זינט 2003 זענען שוין 38 אגענטן אומגעקומען דורכאויס די ארבייט, פרעזידענט טראמפ האט אין א טוויט פארשפראכן צו כאפן די מערדער און זיי ברענגען צו יוסטיץ און האט אונטערגערשטראכן אז דאס צייגט ווי וויכטיג עס איז צו בויען א גרעניץ וואנט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה