עיב לאוועל, דער אדוואקאט פאר׳ן פרעזידענ׳ס איידעם און ראטגעבער דשערעד קושנער האט גאר שטארק קריטיקירט די צוגאנג וואס די די סענאט יורידישע קאמיטע האט גענומען קעגן זיין קליענט זאנגדיג אז זיי לייגן זיך סתם אן און קריכן אויף גראדע ווענט צו טרעפן עפעס קעגן אים, דאס קומט נאכדעם וואס די סענאט קאמיטע האט אים עפנטליך באשולדיגט אין באהאלטן ווערדפולע אינפארמאציע איבער א פארבינדונג וואס באאמטע אינעם קאמפיין האבן געהאט מיט וויקליעקס און רוסלאנד. דער אדוואקאט ווייזט אן אז אין די זעלבע אימעיל אויסטויש וואס די סענאט האט אים באשולדיגט אין נישט צושטעלן פאר׳ן סענאט טוט קושנער זעלבסט ווארענען די קאמפיין באאמטע נישט צו אנקניפן קיין פארבינדונגען מיט אזעלכע קערפערשאפטן אדער רעגירונגען.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה