נאכדעם וואס עס איז צוגעלייגט געווארן צום שטייער ביל אין סענאט א פראוויזיע וועלכע טוט אראפנעמען די ״אינדיווידועלע מאנדאט״ וועלכע איז א טייל פון אבאמא קעיר וועלכע טוט ארויפלייגן א פליכט אויף יעדן אמעריקאנער זיך צו איינהאנדלן העלט אינשורענס, האבן עטליכע מעסיגע רעפובליקאנער אויסגעדריקט צווייפל אויב זיי קענען שטיצן דעם ביל אין איר יעצטיגען פארעם וויבאלד דאס וועט אויטאמאטיש פילפאכיג ארויפטרייבן אינשורענס פרייזן, און אזוי אויך טוט דאס אויסשליסן די שטיצע פון עטליכע דעמאקראטן וועלכע וואלטן מעגליך געקענט שטיצן דעם ביל, נעכטן האט דאס ווייסע הויז געמאלדן אז די אדמינסטראציע איז וויליג דאס צו ארויסנעמען פונעם ביל און אזוי ארום פארזיכערן אז עס גייט אריבער גלאטיג אין סענאט ווען עס קומט ארויף צו א אפשטימונג אנהייב קומענדיגע וואך.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה