אין די לעצטע טעג האט זיך באנייט די גיפטיגע פיינטשאפט צווישן פרעזידענט טראמפ און דער רעפובליקאנער סענאטאר דשעף פלעיק, דאס האט זיך באנייעט נאכדעם וואס דער סענאטאר איז אויגעכאפט געווארן דורך די פרעסע זאגנדיג ״אויב די רעפובליקאנער פארטיי ווערט די פארטיי פון טראמפ און מאָר זענען מיר פארטיג״ ער האט געמאכט די באמערקונג נאך א עפנטליכע טאון-האל פארזאמלונג, אבער האט נישט באמערקט אז זיין מיקראפאן איז נאך צוגעטשעפעט ווען ער האט געמאכט די באמערקונגען. דער פרעזידענט האט פארשטייט זיך דאס נישט ארפאגעשלונגען און געשריבן אויף טוויטער ״פלעיק איז אומ-ערוויילבאר און ער איז דער וואס איז א פערטיגער״ און צוגעלייגט צו זיינע שטיצער אז ער געכאפט געווארן זאגן ״שׁלעכטע רייד אויף ענקער מערסט באליבטער פרעזידענט״ א פרישע טיטל וואס טראמפ האט צוגעטשעפעט צו זיך אליין. טראמפ האט צוגעלייגט אז ער שאצט אז פלעיק וועט נישט וועלן פאר די בעפארשטייענדע שטייער רעפארם אין סענאט.

בילד: פרישע ווערטער אויסטוישן צווישן טראמפ און פלעיק


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל