קאנגערס האט געשיקט אן איינלאדענונג פאר טראמפ׳ס נאנטע פריינט און געהילף קיעט שילער (Keith Schiller) צו אראפקומען פאר א פארהער פארנט פון די אויספארשונג קאמיטע איבער רוסלאנד. שילער איז לאנגע יארן געווארן דער פערזענליכער לייבוועכטער און פריינט פונעם פרעזידענט, און ער וועט אויסגעפרעגט ווערן איבער א באזוך וואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן אין מאסקווע. נאנטע צום פרעזידענט האבן געזאגט אז די פאקט אז שילער ווערט אויסגעפרעגט וועט שטארק וויי טון פאר׳ן פרעזידענט וואס פאררעכנט אים אלס זיין נאנטסטער פריינט און עס האט אים שטארק געשטערט ווען ער האט פארלאזט דעם ווייסן הויז מיט עטליכע וואכן צוריק.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה