היינט אינדערפרי האט מען געהערט אז דער קענטאקי סענאטאר ראנד פאול איז אייגנטליך אין א ארגערע צושטאנד ווי מען האט געמיינט. נאכדעם וואס פאריגע וואך איז געמאלדן געווארן אז ער האט געהאט א פיזישע קאנפליק מיט א שכן פון וועלכע ער איז לייכט פארוואונדעט געווארן. היינט שטעלט זיך ארויס אז ער האט זיך צובראכן 4 ריפ ביינער אין דעם אינצינדענט, אבער דער שכן ווערט נישט אנגעקלאגט אויף קיין ערנסטע קלאגעס, עס בלייבט דערווייל פארנעפלט איבער וואס די געשלעג איז געווען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה