טריפאלי — די יו-ען פירערשאפט האט נעכטן שארף קריטיקירט די אייראפעאישע יוניאן לענדער, זאגנדיג אז דער דיעל וואס די אייראפעאישע לענדער האבן געשלאסן מיט די ליביער אויטאריטעטן איבער פליטים, איז "אוממענטשליך". אייראפעאישע לענדער פלאגן זיך שוין עטליכע יאר מיט א מאסיוון פלייץ פון ליביער בירגער וועלכע פארן אין קליינע שיפלעך אין די געפארפולע וואסערן צווישן ליביע און די אייראפעאישע בארטנס, מיט דער האפענונג אז מען וועט רחמנות האבן אויף זיי און זיי ארייננעמען און געבן שוץ. צענדליגער טויזנטער ליביער בירגער זענען שוין טאקע פלאצירט געווארן אין אייראפעאישע לענדער, נאכ'ן אנקומען אהין מיט זייערע שיפלעך, אבער טויזנטער אנדערע זענען שוין געשטארבן דורכ'ן ווערן דערטראנקען וויבאלד זיי פארן אין שוואכע שיפלעך, און וועגן דעם ווילן די אייראפעאישע אויטאריטעטן אפשטעלן די רייזעס. דעריבער האבן זיי אויסגעארבעט א פאליסי, אז ווען מען כאפט אזעלכע ליביער פארן אין די וואסערן, וועט מען זיי ארויפנעמען אויף אנדערע שיפן און זיי צוריקפירן קיין ליביע. די יו-ען זאגט אז דאס איז אוממענטשליך, ווייל אין ליביע טוען די פראבע-אנטלאפענע אויסשטיין פייניגונגען.

בילד: יו-ען קריטיקירט אייראפע-ליביע דיעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל