קאנאדע – איינוואוינער אינעם אלבערטא פראווינץ אין קאנאדע דארפן אנהייבן צאלן א ספעציעלע "קארבאן שטייער", וואס וועט ווערן צעטיילט צווישן די פראדוקטן וואס מ'קויפט אין גראסערי, סערוויסעס וואס מ'נוצט פון דער רעגירונג און יעדע זאך, וואס די שטייער איז געצילט צו לייגן דרוק אויף מענטשן אז זיי זאלן פארנוצן וואס ווייניגער גאזאלין, ווייל ווי מער גאזאלין מ'פארנוצט, אלס מער וועט מען דארפן באצאלן. מענטשן וועלכע פארמאגן קארס, ווענס, טראקס און באסעס, וועלן פארשטייט זיך זען א שטארקן שפרונג אין דער פרייז פון גאזאלין ביים פאמפ, וואס די העכערונג אין פרייז וועט זיין די ספעציעלע "קארבאן שטייער". אבער איין אינדוסטריע וואס וועט נישט זען קיין פרייז העכערונג פון גאזאלין איז די לופטליניע אינדוסטריע – וואס פאקטיש נוצן עראפלאנען פיל מער גאזאלין ווי סתם פשוט'ע קארס. פראפעסארן פון מעקגיל אוניווערסיטעט האבן שארף פראטעסטירט דעם פאקט אז די אלבערטא פראווינץ רעגירונג האט אויסגעשלאסן די לופטליניעס נישט צו דארפן צאלן די ספעציעלע קארבאן שטייער, אבער אוויאציע עקספערטן זאגן אז אויב וואלטן לופטליניעס יא געדארפט צאלן דעם שטייער, וואלטן זיי בלויז געהעכערט די פרייזן פון רייזע בילעטן, וואס וואלט שאדן געמאכט פאר קאסטומערס.

בילד: קאנאדישע לופט-ליניעס אויסגעשלאסן פון  "קארבאן שטייער"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל