וואשינגטאן – טראץ די נאכאנאנדע אייסערונגען פונעם פרעזידענט טראמפ אז דער אבאמאקעיר סיסטעם האלט ביים עקספלאדירן און צוזאמברעכן, קוקט דאס נישט אויס אזוי, און איבער 600,000 מענטשן האבן זיך שוין איינגעשריבן דערינען די וואך, וואס איז געווען די ערשטע וואך פונעם ענדע יאר איינשרייבן סעזאן אויף צו באקומען העלט אינשורענס פאר'ן קאלענדער יאר 18'. ווי עס קוקט אויס וועט מען פאר 18' האבן נאך מער איינגעשריבענע אינעם פראגראם ווי אין די פארגאנגענע יארן. די אפיציעלע רעגירונגס ציפערן האבן געצייגט אז 601,462 מענטשן האבן זיך אריינגעשריבן אין נאוועמבער 1-4 אין די 39 סטעיטס, וואס דער פעדעראלער אבאמאקעיר וועבסייט סערווירט. פון די קאנסומערס, זענען 77 פראצענט געווען אזעלכע וואס האבן באנייעט זייער דעקונג, און 23 פראצענט - נייע קאסטומערס. דאס קומט טראצדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע ארבעט אקטיוו אונטערצוברענגען דעם אבאמאקעיר סיסטעם. פרעזידענט טראמפ האט געשניטן די סובסידיעס וואס די פעדעראלע רעגירונג גיט פאר מענטשן כדי זייערע העלט קעיר פרימיומס זאלן זיין ביליגער, האט געשניטן די רעקלאמעס פאר'ן סיסטעם, האט געשניטן דעם איינשרייבן סעזאן צו העלפט און האט געשניטן אנדערע פונקטן פונעם סיסטעם – אבער פונדעסטוועגן בליעט עס ווייטער.

בילד: פרישע אבאמאקעיר איינשרייבונגען סוקסעספול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל