לאס אנדזשעלעס – די באקאנטע "דיזנילענד" פארק און עטליכע אנדערע פובליק ערטער אין אנאהיים, קאליפארניע, האבן זיך נעכטן אפגעשפארט פאר'ן פובליק, נאכדעם ווי ס'זענען באריכטעט געווארן צוועלף פעלער פון דער ליזשיאנעירס דעזיז. די קרענק איז געווען גאר שטארק פארשפרייט אין יאר 15' אין ניו יארק סיטי, וואו עס האט געקאסט עטליכע פאטאליטעטן און געפירט צו א מאסיוון קאמפיין צו רייניגן אפקילונג טורעמעס העכער צענדליגער גרויסע געביידעס לענגאויס דער סיטי, און אצינד זאגן פעדעראלע געזונטהייט אויטאריטעטן אז דאס שלאַפקייט זעט אויס צו האבן צוריקגעקומען צו עטליכע גרויסע סיטיס, אריינגערעכנט אין אנאהיים, קאליפארניע, וואו די באאמטע האבן פארארדענט "דיזנילענד" אפצורייניגן אירע אפקילונג טורעמעס. אין וועסטשעסטער קאונטי אין ניו יארק, איז מיט א וואך צוריק באריכטעט געווען עטליכע פעלער פון ליזשיאנעירס, וואס צוויי דערפון האבן זיך געענדיגט מיט פאטאליטעטן ל"ע.

בילד: ליזשיאנעירס אויסברוך אין קאליפארניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל