סיאטעל – מאטאריסטן זענען געפארן מיט 1.4 פראצענט מער מיילן אויף די אמעריקאנער שאסייען און הייוועיס פארגאנגענעם אוגוסט, קעגן אוגוסט 16', וואס מיינט אז געוויס וועט מען אין 17' אפצייכענען א רעקארד לויט וויפיל מיילן אמעריקאנער האבן געדרייווט אויף די שאסייען. די ציפערן צייגן אז מאטאריסטן האבן געדרייווט 293.3 ביליאן אויטא-מיילן אין אוגוסט, א 1.4 פראצענט העכערונג קעגן 16', און די רעקארד ציפערן איז א גוטע נייעס פאר אמעריקאנער רעפיינעריס וועלכע פארקויפן גאזאלין, וועלכע האבן אויסגעדרוקט זארג אנהויב 17' איבער דעם פארשוואכערטן גאזאלין פארלאנג, און טאקע פארגאנגענעם אוגוסט האט דער פארלאנג פאר גאזאלין דערגרייכט א רעקארד הויך פון 9.77 מיליאן פעסער פער טאג. דער גאזאלין פארנוץ אין אמעריקע, וואס מאכט אויס פאר 10 פראצענט פונעם גלאבאלן גאזאלין פארלאנג, שטייגט שוין יערליך זינט 12'.
הוסף רשומת תגובה