גוישען. — סטיוו ניוהאַוז איז לייכט ווידערערוועלט געוואָרן דעם פאַרגאַנגענעם דינסטאָג מיט אַ שטאַרקייט פון 19 פּראָצענט מערהייט קעגן זיין דעמאָקראַטישן קעגנער פּעט דעיוויס.

ניוהאַוז — אַ געוועזענער טשעסטער סופּערווייזער וועלכער האָט איבערגענומען די קאַונטי פּאָזיציע אין 14 ' — האט קאָנצענטרירט זיין קאַמפּיין אויף אַ פאַרבעסערטע בודזשעט, זיין צוריקברענגען נייע ביזנעסער און די עקאָנאָמישע דערגרייכונגען וואָס זענען אַנטשטאַנען אין זיינע 4 יאָר אַלס קאַונטי–עקזעקוטיוו. זיין קעגנער — אַ פינאַנציעלער קאָנסולטאַנט און איראַק מלחמה–וועטעראַן וועלכער האָט געמאכט זיין ערשטע טריט אין פּאָליטיק —האָט פּאַרשפּראָכן אַ וויזיע און סטראַטעגיע פאַר פּראָגרעס וואָס ער האָט געזאגט מאַנגעלט אין די קאַונטי.

דעיוויס איז אריין זייער שפּעט אין די פאַרמעסט, אַרויסשטעלנדיג זיין קאַנדידאַטור אין מאַי, נאָכדעם וואָס דער לאָיער און דעמאָקראַטישער אַקטיוויסט מייקל סאָסמאַן האָט אויסגעשלאָסן צו לויפן, און קיין אַנדערע קעגנער האָבן זיך נישט אַרויסגעשטעלט. ניוהאַוז, וועלכער איז לאַנג שוין אַקטיוו אין די רעפּובליקאַנער פּאָליטיק, האָט געהאַט אַן אויבערהאַנט פון ערפאַרונג, און זיין קאַמפּיין האָט געהאַט די בענעפיטן פון אַן אַמטירנדער. ער האט אויך אָנגעהאַלטן די טראַדיציע פון רעפּובליקאַנער הערשאַפט אין די אָרענדזש–קאַונטי רעגירונג, וועלכע האָט געהאַט אַ דעמאָקראַטישער עקזעקוטיוו בלויז איינמאָל אין 48 יאָר.

אַלס טייל פון די לאנג–יעריגע רעפּובליקאַנער קאָנטראָל אויף די אָרענדזש–קאַונטי רעגירונג, האָבן זיי יעצט אויסגעברייטערט זייער מאַיאָריטעט ווען צוויי דעמאָקראַטישע אַמטירנדע קאַונטי לעגיסלאַטורן האָבן פאַרלוירן ווידערערוועלונג. אינאיינעם איז די רעפּובליקאַנער מאַיאָריטעט אין די קאַונטי לעגיסלאַטור געשטיגן מיט דריי זיצן.

די רעפּובליקאַנער — וועלכע האָבן יעדעס יאָר קאָנטראָלירט די 21 –מיטגליד לעגיסלאַטור אין איר 48 יעריגע עקזיסטענץ אויסער איין יאָר — זענען אריין אין די וואַלן מיט אַ מערהייט פון 12 זיצן צו אַכט פאַר די דעמאָקראַטן, און איין אינדעפּענדענטס. מיט זייערע זיגן, וועלן די רעפּובליקאַנער האַלטן 15 זיצן אָנגעהויבן אין יאַנואַר, וואָס וועט זיי געבן אַ סופּער–מאַיאָריטעט וואָס עס האָט זיי געפעלט ווען זיי האָבן פּרובירט אומסוקסעספול צו פאַרקויפן די קאַונטי נוירסינג–האָום מיט דריי יאר צוריק.

דריי אַמטירנדע לעגיסלאַטורן — צוויי דעמאָקראַטן און אַ רעפּובליקאַנער — האָבן פאַרלוירן זייערע זיצן. פרוי קעמניץ, אַ דעמאָקראַט וועלכע האָט פארטרעטן רוב פון מאָנראָו אויסער קרית יואל, איז באַזיגט געוואָרן דורך אַ רעפּובליקאַנער פּעטרוס טאָוהי. פרוי סאָליווען, אַ דעמאָקראַט פון דער טאַון–אָוו–וואוילקיל, איז איז באַזיגט געוואָרן דורך ראַב סעסי, אַ רעפּובליקאַנער טאַון קאַונסילמאַן פון קראָופאָרד. דזשים דיסעלוואָ, אַ רעפּובליקאַנער פון היילענד–פאָלס, האָט פאַרלוירן זיין זיץ צו דעמאָקראַט פרוי טאַוטעל.

אלע 21 לעגיסלאַטור זיצן זענען געווען אָפען פאַר וואַלן פאַר די קומענדיעג פיר יאָר, אָבער בלויז 12 פאַרמעסטן האָבן געהאַט קעגנער. פינף לעגיסלאַטורן — פיר דעמאָקראַטן און איין רעפּובליקאַנער — האָבן באַשלאָסן נישט צו זוכן ווידערערוועלונג.

צוויי פון די אָפענע זיצן זענען אַריבער פון די דעמאָקראַטן צו די רעפּובליקאַנער. רעפּובליקאַנער דזשאָו מינוטאַ האָט געווינען דעם זיץ וואָס דער דעמאָקראַט קריס עיטשוס פון ניו–ווינדזאָר האָט פרייגעלאָזט. די רעפּובליקאַנער פרוי סטידזשענדזע האָט באַזיגט דעם דעמאָקראַטישן מינאָריטעט פירער מעט טוירנבול פון העמפּטאָנבורג. אַכט אַמטירנדע געזעצגעבער זענען ווידערערוועלט געוואָרן אָן קיין קעגנערשאַפט.

בילד: סטיוו ניוהאַוז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל