דער פרעזידענט האט דערווייל זיך אנטזאגט זיך צו אנטשולדיגן איבער זיינע העצערישע טוויטס קעגן מוסלעמענער און איבער די מאראלע שטיצע וואס ער האט דערלאנגט פאר א בריטישע האסן גרופע מיט׳ן מיטטיילן זייערע פראפאגאנדע מאטריאל, אין א טוויט היינט האט דער פרעזידענט אפגעווארפן די קריטיק פון די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע וועלכע האט פארדאמט זיין טוויטס, דער פרעזידענט שרייבט ״טערעזע מעי פארנעם דיך נישט מיט מיך, פארנעם דיך מיט די ראדיקאלע איסלאמישע טעראר וואס פלאגט די פאראייניגטע קעניגרייך, אין אמעריקע איז אלעס אין ארדענונג״
די טוויט האט געברענגט א פרישע כוואליע פון אויפברויז אין בריטאניע, און פרישע קאמענטארן פון בריטישע געזעצגעבער און מיניסטארן וועלכע האבן אראפגעריסן דעם פרעזידענט, דער געמיינדע מיניסטער סאדשיד דשאביד - אליין א מוסלעמענער - האט געשריבן ״טראמפ טוט אינדארסירן די שטעלונגען פון א בייזע, העסליכע, ראסיסטישע און נידריגע גרופע, וועלכע האסט און שטעלט א געפאר אויף מענטשן אזוי ווי מיך אליין, איך קען דאס נישט אדורכלאזן מיט שווייגעניש״
אויך די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע האט ביי א פרעסע קאנפערעץ אין ירדן געזאגט אז זי שטייט נאך ביי איר פארדאמונג, אבער אין די זעלבע צייט אונטערגעשטראכן אז די באציאונגען צווישן אמעריקע און בריטאניע איז וויכטיג און טאר נישט אפגעשוואכט ווערן. דער מוסלעמענער מעיאר פון לאנדאן סאדיק קהאן האט אין א סטעיטמענט געשריבן ״עס איז קלאר אז בריטישע בירגער און לאנדאנער איינוואוינער זוכן נישט צו אויפנעמען טראמפ אין ענגלאנד און ער איז נישט וועלקאם אין לאנדאן״.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה