א קאמיטע אין קאנגרעס האט באשטעטיגט א לעגיסלאציע וועלכע וועט לויזער מאכן באגרעניצונגען אויף גאן אייגענטומער אונטער א געזעץ וואס וועט געבן ערלויבעניש פאר די וועלכע פארמאגן לעגאלע וואפן דאס צו ארומטראגן מיט זיך אויך אין שטאטן ווי עס איז אומלעגאל, די געזעץ וועט איבערקומען סטעיט געזעץ און וועט עס ערלויבן אויך אין שטעט ווי די געזעץ טוט עס נישט ערלויבן. די געזעץ איז באשטעטיגט געווארן אין די קאמיטע מיט 19 רעפובליקאנער שטימען קעגן 11 דעמאקראטן.

עס איז די ערשטע שריט וואס קאנגרעס נעמט איבער גאנס אין אמעריקע זינט אמעריקע איז אויסגעשטאנען צוויי פון אירע ארגסטע מאסן שיסערייען, אין לאס וועגאס און אין טעקסאס ווי עס זענען אומגעקומען אינאיינעם 82 אמעריקאנער.

די ביל איז געספאנסארט דורך קאנגרעסמאן ריטשארד האדסאן פון נארט קאראליינע וועלכער האט געזאגט ״איך גלייב נישט אז מיין רעכט צו טראגן וואפן שטעלט זיך אפ ביי די גרעניצן פון מיין סטעיט״ און ער האט קלארגעשטעלט אז ער זוכט דערמיט צו פארזיכערן אז גאן אייגענטומער זאלן קענען איגנארירן די שטרענגערע רעגולאציעס אויף גאנס וועלכע עקזיסטירט אין 12 סטעיטס אריינגערעכנט ניו יארק. די דעמאקראטן האבן אנגעוויזן אויף דעם אלס נאך א באווייז אז די רעפובליקאנער פארטיי איז פארוואנדלט געווארן אין א פיליאלע פון די גאן לאבי און אנשטאט באגרעניצן גאנס צו פארמיידן מאסן שיסעריי טוען זיי לויזער מאכן די רעגולאציעס.

בילד: קאנגרעס ווערט אדורכפירן געזעץ צו פארגרינגערן צו ארומטראגן געווער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל