באשטעטיגטע באריכטן פון אינערהאלב דאס ווייסע הויז טוען באשטעטיגן וואס מען שפעקולירט שוין א שטיק צייט, נעמליך אז פרעזידענט טראמפ זוכט צו פטור ווערן פון רעקס טילערסאן אין די סטעיט דעפארטמענט און גרייט זיך אים צו ערזעצן מיט׳ן סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעאו.

דאס קומט נאך לאנגע חדשים וואס עס הערשט קאלטע באציאונגען צווישן טילערסאן און דעם פרעזידענט, וואס טייל דערפון זענען ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט, און פון די אנדערע זייט האט מייק פאמפעאו זיך ארויסגעשטעלט צו אנקניפן גאר פערזענליכע און ווארימע באציאונגען מיט׳ן פרעזידענט. לויט׳ן פלאן וועט די טראנזיציע אויסגעפירט ווערן אין די קומענדיגע צוויי וואכן און דער ווייסע הויז שטאב הויפט דשאן קעלי ווערט פארפיגן דערויף.

ווי עס שיינט וועט די פאזיציע פון סי-איי-עי דירעקטאר ווערן ערפולט מיט׳ן סענאטאר פון ארקאנסעס טאם קאטאן, א וועטעראן פון די מיליטער און א לויאלע טראמפ שטיצער. די נייעס איז נישט אפיציעל באשטעטיגט דורכ׳ן ווייסן הויז אבער עס האט שוין געברענגט א פלייץ פון אומפאציעלע רעאקציעס סיי אינערהאלב דעם ווייסן הויז און סיי אינעם סטעיט דעפארטמענט ווי מען איז גאנץ ווייניג צופרידן מיט׳ן סעקערטאר און זיין וועג פון פירערשאפט.

בילד: פרעזידענט טראמפ פלאנט צו אויפזאגן טילערסאן פון זיין פאזיציע אלס סעקערטערי אף סטעיט 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל