טולוז – א אידישע פרוי און איר קינד זענען אטאקירט געווארן אין פראנקרייך. די אטאקע האט פאסירט אין א סופערמארקעט אין קארקאסאן, נעבן טולוז, וואו א פרוי, באדעקט מיט מוסולמענער קליידונג, און צוויי אנדערע וועלכע זענען געווען אינאיינעם מיט איר, זענען איבערגעפאלן די אידישע פרוי און איר קינד, זיי אנגעשריגן און אטאקירט. לויט ווי די אידישע פרוי האט שפעטער דערציילט, האט די מוסולמענער פרוי דירעקט ווילד אריינגעקראכט מיט'ן איינקויף-וועגעלע אין די אידישע פרוי און איר זוהן, און דערנאך זענען די דריי פיזיש איבערגעפאלן די אידישע פרוי און איר זוהן, שלאגנדיג זיי אין פנים מיט שטארקע פעטש. די אידישע פרוי האט אלארמירט די פאליציי, אבער די אטאקירער זענען שוין נישט געווען אויפ'ן ארט. די פרוי זאגט אז ס'איז איר געווען קלאר אז זיי האבן איר געצילט צוליב איר אידישקייט, וויבאלד זי און איר זוהן זענען געגאנגען מיט קליידונג אז מען זיי געקענט גלייך אידענטיפיצירן אלס אידן.

בילד: אידישע פרוי אטאקירט אין פראנקרייך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל