בערלין – א פעדעראלע געריכט אין דייטשלאנד האט נעכטן דערקלערט אז דער "בוכהאלטער פון אוישוויץ" איז גענוג געזונט צו קענען אריינגעשליידערט ווערן אין טורמע און אויסדינען זיין פיר יעריגן טערמין. די רעדע איז פון אסקאר גראנינג, וועלכער איז שוין מיט צוויי יאר צוריק געשטעלט געווארן פאר א פראצעס אין לאנענבורג, דייטשלאנד, פאר זיין ראלע אלס עס-עס אפיציר אינעם אוישוויץ טויט לאגער, זייענדיג פון די סאמע לעצטע פארבליבענע לעבעדיגע אוישוויץ איינגעשטעלטע. ער איז דאן פאראורטיילט געווארן צו פיר יאר טורמע, אבער זיינע אדוואקאטן האבן אריינגעגעבן אן אפיעל, זאגנדיג אז די באווייזן אז גראנינג האט געוואוסט פון די סיסטעמאטישע מארדן אין אוישוויץ זענען נישט גענוג שטארק, אבער א פעדעראלע געריכט האט מיט א יאר צוריק ארויסגעווארפן דעם אפיעל און באשטעטיגט די פיר יאר טורמע אורטייל, און יעצט האט א געריכט אפגעווארפן א פארזוך וואס זיינע לאיערס האבן אריינגעגעבן מיט דער טענה אז ער איז צו אלט און שוואך צו זיצן אין טורמע, און דאס געריכט האט געזאגט אז גראנינג איז גענוג ביי די כוחות און מוז אין די נאענטע טעג קומען צו דער טורמע אינעם דייטשישן שטאט האנאווער, וואס דארטן וועט ער זיצן.

זעה פולע באריכט פון נעכטן

בילד: אוישוויץ בוכהאלטער קען זיצן אין טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל