יונייטעד נעישאנס – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן גענומען אגרעסיווע שריט קעגן צפון קארעא, אלס רעאקציע צום פרישן מיסיל טעסט, ווען יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי האט אין א סטעיטמענט געווארנט, אז אין פאל עס ברעכט אויס א קריג צווישן צפון קארעא און אמעריקע, וועט "צפון קארעא ווערן גענצליך פארניכטעט". העילי האט געזאגט אז "מיר האבן קיינמאל נישט געזוכט קיין קריג מיט צפון קארעא, און מיר זוכן עס נישט ווייטער, אבער אויב קריג קומט אן, וועט עס זיין צוליב אגרעסיע אקטן, אזעלכע וואס מיר האבן געזען נעכטן, און מאכט נישט קיין טעות, אויב קריג קומט, וועט דער צפון קארעאר רעזשים טאטאל פארניכטעט ווערן". העילי'ס שארפע ווערטער זענען געקומען אינאיינעם מיט א פארלאנג, אז אלע וועלט'ס לענדער זאלן זאפארט אפהאקן סיי וועלכע האנדל מיט צפון קארעא, ספעציפיש כינע, וואס זאל אפהאקן איר אויל סופליי פאר צפון קארעא, א שריט וואס די כינעזער רעגירונג וויל דערווייל נישט טאן.

בילד: נייע אגרעסיווע שריט קעגן צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל