וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט עטליכע אפדעיטס איבער דער אנגייענדיגער אויספארשונג וואס דער פראקוראר ראבערט מוללער פירט אן אויפ'ן טראמפ קאמפיין, איבער מעגליכע קאאפעראציע מיט די רוסן. איין באריכט נעכטן האט געצייגט אז מוללער האט גערופן טראמפ'ס איידעם דזשעראד קושנער פאר אן אינטערוויו מיט דריי וואכן צוריק, און אים בעיקר געוואלט אויספרעגן פארשידענע דעטאלן ארום מייקל פלין, טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער. א צווייטער באריכט האט געצייגט אז מוללער האט דערווייל אפגעשיבט א געסקעדזשועלטע פראצעס פארנט פון די ספעציעלע גרענד דזשורי, וואס ער האט צוזאמגעזעצט איבער זיין רוסלאנד אויספארשונג, וואס די ביידע באריכטן סיגנאליזירן אז מוללער האלט גאר נאענט צו מעלדן עפעס איבער פלין, אדער קלאגעס קעגן אים, אדער אז פלין האט געשלאסן א דיעל און קאאפערירט מיט דער אויספארשונג.

בילד: מייקל פלין און דזשעראד קושנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל