אמווייניגסטנס 450 זענען אומגעקומען און נאך טויזנטער זענען פארוואונדעט געווארן אין א שרעקליכע ערד ציטערניש וואס האט באטראפן דעם ראיאן ווי עס געפונט זיך די גרעניץ צווישן איראק און איראן, די אויטאריטעטן זאגן אז טויזנטער זענען נאכנישט אפגעפונען געווארן און מען רישט זיך אז די פאטאליטעטן קענען גרייכן אין די טויזנטער.

די ציטערניש האט פאסירט זונטאג ביינאכט ארום 10 אזייגער לאקאלע צייט, עס האט זיך געשפירט ווי א 7.3 ציטער אויפ׳ן ריכטער וואג, די צענטער איז געווען אין די שטאט האלאבדשא אין איראק, און איז געשפירט געווארן אין איראן, טערקיי און קואוועיט. און א לייכטע ציטער האט זיך געפשירט אזוי ווייט ווי ארץ ישראל.

די שווערסטע איז באטראפן געווארן די קארמאנשאה ראיאן, ווי א געשאצטע 30 שטעטלעך זענען שווער באטראפן געווארן און האבן געליטן אומגעהויערע שאדנס, הונדערטער געביידעס זענען גענצליך איינגעפאלן, און ווען די זון האט אויפגעשיינט היינט אינדערפרי האט זיך אנטפלעקט א שוידערליך בילד פון גאנצע שטעט וועלכע זענען רואינירט, אן קיין עלעקטירציטעט, און די רעטונג ארבייט איז גאר שווער צוליב דעם וואס די שפיטעלער זענען אויך רואינירט.

איראן געפונט זיך אויף א א סענסיטיווע געאלאגישע ארט און איז אפט אויסגעשטעלט צו ערד ציטערנישן וועלע ברענגען מיט זיך טיילמאל קאטעסטראפעלע רעזולטאטן, דאס לעצטע מאל איז געווען אין 2003 ווען א מאסיווע ערד ציטערניש האט אומגעברענגט איבער 26,000 מענטשן, און רואינירט די היסטארישע שטאט באַם.

זעה בילדער און מאפעס

בילד: איבער 450 טויטע פון ערדציטערניש אין איראק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל