א פרישע אנקעטע פארעפנטליכט דורך די רעפובליקאנער-גענויגטע נייעס קוואל ״פאקס״ צייגט נאך א דראמאטישע טראסק פאר פרעזידענט דאנעלד טראמפ אין זיין צופרידנהייט ראטע, אין די לעצטע אנקעטע האבן בלויז 38 פערצענט אויסגעפרעגטע געזאגט אז זיי זענען צופרידן פונעם פרעזידענט׳ס ארבייט קעגן 42% פערצענט וואס האבן אזוי געזאגט מיט א מאנאט צוריק. און איז די זעלבע צייט איז ארויף מיט 4% די וועלכע דרוקן אויס אומצופרידנהייט פון 53% פאריגן מאנאט צו 57% אין די לעצטע אנקעטע.

די אנקעטע צייגט אז טראמפ פארלירט שטארק אין די דעמאגראפיק ביי וועלכע ער איז געווען שטארק פאפולער ביז לעצטנס, דאס הייסט ווייסע אמעריקאנער וועלכע האבן נישט קיין קאלעדש דעגרי, צווישן זיי טוען בלויז 56% אויסדרוקן צופרידנהייט פונעם פרעזידנעט׳ס ארבייט, קעגן 68% וועלכע האבן אזוי געזאגט פאריגן מאנאט, א טראסק פון 11% אין איין חודש.

אויף די פראגע אויב דער פרעזידענט זאגט אמת און צו מען קען אים געטרויען האבן בלויז ארום 33% געענטפער פאזיטיוו. די זעלבע אנקעטע האט אויך געפרעגט נאך א רייע פראגעס איבער דעם פרעזידענט׳ס ארבייט אריינגרעכנט זיין רעאקציע צו די לעצטיגע נאטורליכע קאטעסטראפע און איבער העלט קעיר, און ארום 70% אמעריקאנער האבן געזאגט אז ער האט עס שלעכט געהאנדלט.

בילד: נייעס ״פאקסניוז״ אנקעטע צייגט דראסטישע נידערונג אין פרעזידענט׳ס צופרידנהייט ראטע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל