שיקאגא. – דער אהייא ריווער איז נעכטן אפגעשפארט געווארן פאר קאמערציעלע טראפיק, נעבן בראקפארט, אילינאי, נאכדעם, וואס דער היידראלישער סיסטעם, וואס ווערט גענוצט צו עפענען און צושפארן די צוימען ביים לאק, ביים דאמבע נומער 53, האט אויפגעהערט ארבעטן. דאס האט געשאפן א טראפיק פון 65 בארדזש שיפן וועלכע האבן זיך נישט געקענט רירן ווייטער אויפ'ן טייך און זענען געשטראנדעט געווארן. דער מיסיסיפי ריווער, און אירע צווייגלעך, וואס נעמען אריין אויך דעם אהייא ריווער, איז דער הויפט פייפליין ארויסצופירן די אמעריקאנער תבואות צום עקספארט מארקעט.

60 פראצענט פון אלע קארן, סוי בוינדלעך און ווייץ עקספארטן, גייען דורך דעם מיסיסיפי ריווער טייך, דורך בארדזש שיפן, געפירט צום גאלף אוו מעקסיקא, און פון דארטן צו די עקספארט מארקעטס. די שטראנדונגען האבן געהויבן די ראטעס וואס שיף פירמעס דארפן צאלן צו טראנספארטירן זייערע סחורות.

בילד: אהייא ריווער אפגעשפארט צוליב פראבלעמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל