וואשינגטאן – א שטורעם איז אנשטאנען נאכדעם וואס ס'איז ארויסגעקומען אז די יולעט פעקערד פירמע האט ערלויבט א רוסישע אגענטור דורכצוקוקן די גאנצע קאמפיוטער קאוד, פון דעם מאכטפולן סייבער-דעפענס סאפטוועיר, וואס דער פענטאגאן נוצט אויף צו באשיצן אירע קאמפיוטער נעצן. עס האנדעלט זיך פונעם עיטש–פי אי. סיסטעם, גערופן ארק-סייט, וואס דינט אלס דער סייבער-סעקיוריטי נערוו-צענטער פאר רוב פון דעם נעטווארק פונעם אמעריקאנעם מיליטער, און עס אלארמירט אויב עס כאפט אויף אז קאמפיוטער סיסטעמען ווערן אטאקירט. די עיטש-פי פירמע האט געוואלט געווינען ערלויבעניש צו פארקויפן די ארק-סייט פירמע פאר רוסלאנד, און האט דערפאר ערלויבט א רוסישע פירמע דורכצוקוקן די העכסט געהיימע קאודס פון דעם סיסטעם, וואס מיינט אז רוסלאנד האט זיך מעגליך דערלערנט די סודות און די שוואכקייטן פונעם סיסטעם און קען עס מעגליך אויסשפילן.

בילד: עיטש–פי גיט ארויס נעטווארק שוץ מיטלען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל