פארטא ריקא – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען צו באזוכן אין פארטא ריקא, און איז היינטיגן דינסטאג אנגעקומען דארטן, צו באזוכן און זען די שאדנס פונעם האריקעין מאריע און אויסשטרעקן הילף. מען האט געהאפט אז טראמפ וועט זיך אויסקומען מיט'ן דארטיגן מעיאר פון סאן כואן, מיט וועמען טראמפ האט געהאט שארפע ווערטער אויסטוישן. 95 פראצענט פונעם אינזל האט נאכנישט קיין עלעקטעריציטעט קראפט. עס איז כמעט נישטא קיין סעלפאון סערוויס, אבער מענטשן פרובירן זיך צו שטעלן אויף די פיס און אנגיין מיט'ן לעבן. אמעריקאנער רעגירונגס באאמטע, אין שפיץ פון "פימא", טענה'ן אז מען האט נישט קיין לעבנס-געפארן, און די פארטא-ריקא מעיארקע דארף נישט אזויפיל פארפירן. מען האט אנגעוויזן אז אירע לופטפעלדער און פארטן זענען שוין צוריק געעפנט, און מען האט אראפגעשיקט באלד א מיליאן פעסער געזאלין צום אינזל. איבער 720 פון די 1,100 פארטא ריקא גאזאלין סטאנציעס זענען שוין צוריק אפן. א הויפט פראבלעם איז מעגליך אז פארטא ריקא וועט אויסלויפן פון קעש, ווייל די רעגירונג האט גארנישט אנגעזאמלט אין באנק.

בילד: טראמפ וועט היינט באזוכן פארטא ריקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל