וואשינגטאן – "עקסיאס" באריכטעט אז פרעזידענט טראמפ האט אנגענומען א נייעם סארט אויסערן פאליטיק מעטאד, זאגנדיג אז ער איז גרייט צו דערשרעקן אנדערע לענדער ווען עס קומט צו פירן מיט זיי געשפרעכן, דורכ'ן זיי ווארענען אז ער איז א צעדרייטער. דער באריכט לויטעט אז אין אן אוועל אפיס זיצונג מיט עטליכע וואכן צוריק, האט טראמפ געשמועסט מיט'ן הויפט אמעריקאנער האנדלס שליח ראבערט לייטהייזער און ער האט גערעדט איבער'ן דיעל וואס אמעריקע האט מיט דרום קארעא איבער האנדל. טראמפ האט ביי דער זיצונג געזאגט פאר לייטהייזער, אז ער מוז זיך אויסלערנען נייע טאקטיקן וויאזוי מען פירט געלונגענע געשפרעכן. "דו זאג זיי אז 'דער פארשוין איז אזוי צעדרייט און אומסטאביל, אז ער קען ארויסציען פונעם דיעל יעדע ליאדע מינוט!' דאס איז וואס דו זאלסט זיי זאגן" – האט טראמפ געזאגט פאר לייטהייזער, זאגנדיג אז ער זאל דערשרעקן דרום קארעא.

איז ער גערעכט?...

בילד: טראמפ'ס אינטערעסאנטע געשפרעכן-פאליסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל