מאנהעטן – דער פראצעס קעגן דעם טעראריסט, אכמעד ראכימי, וועלכער האט אונטערגעשטעלט די באמבע אין דער טשעלסיע געגנט אין מאנהעטן, אין וועלכע 30 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, האט זיך נעכטן אנגעהויבן אינעם פעדעראלן געריכט אין מאנהעטן. גלייך פון אנהויב האט זיך דאס אנגעשטאלפערט אין שטערונגען, ווען דער פארברעכער ראכימי האט געמאכט טומלערייען זאגנדיג כסדר פאר'ן ריכטער אז ער וויל אים וויכטיג עפעס זאגן, און האט נישט געוואלט שטיל זיין. ער האט דאן אויסגעשריגן אז ער האט א קריוודע, נעמליך אז שוין א יאר צייט האט מען אים נישט געלאזט זען זיין ווייב און קינדער. דער ריכטער האט אים ארויסגעווארפן פון געריכט זאל, פאר א וויילע, ביז ער האט זיך בארואיגט, און האט אים דאן צוריק אריינגערופן און אויסגעשייגעצט.

דער באמבע אויפרייס האט פאסירט סעפט. 17 16', ביי דער וועסט 23'טער גאס. אן אנדערע באמבע איז געפונען געווארן ביי דער וועסט 27'טער סטריט, אבער עס האט נישט אויפגעריסן. די דזשורי האט געהערט די שילדערונגען פון איינע פון די פארוואונדעטע, וועלכער האט שיער פארלוירן אן אויג, און האט אויך געזען בילדער פונעם דאמפסטער וועלכע איז געשליידערט געווארן הויך אין דער לופטן פונעם אויפרייס.

בילד: ראכימי פראצעס אפיציעל אנגעהויבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל