וואשינגטאן – א שטודיע פון פארשער האט אויסגעפירט אז 6.6 מיליאן לעבנס קענען געראטעוועט ווערן אין לויף פון צען יאר, אויב רויכערער וואלטן געטוישט צו נוצן עלעקטראנישע ציגארעטלעך. די פארשער טענה'ן דערפאר אז געזונטהייט אויטאריטעטן זאלן אקצעפטירן עלעקטראנישע ציגארעטלעך אלס דער מיטל צו ברענגען צו אן ענדע דעם פלאג פון רויכערן, און זאלן עס נישט בלאקירן. די רעזולטאטן זענען ארויסגעקומען ביים שטודירן די פאטענציעלע געזונטהייט בענעפיטן פון זען אז רויכערער זאלן אויפהערן רויכערן. די פארשער האבן געזען אז אויב 6.6 מיליאן מענטשן וואלטן געטוישט פון ציגארעטלעך צו עלעקטראנישע ציגארעטלעך, וואלטן זיי אינאיינעם צובאקומען נאך 86.7 מיליאן יארן צום לעבן. די רעכענונג פון 6.6 מיליאן איז אויפ'ן אפטימיסטישן שטאפל. אז מען קוקט אויפ'ן פעסימיסטישן וועג, רעכענט מען אז 1.6 מיליאן רויכערער וואלטן ווען פארמיטן פריצייטיגע טויט, אויב מען שטופט ווען מער פאראויס דעם באנוץ פון עלעקטראנישע ציגארעטלעך. אויסער פארמיידן טויטפעלער, וועט עס אויך שפארן א געוואלד מיט קאסטן פאר העלטקעיר פירמעס.

בילד: 6.6 מיליאן לעבנס און עלעקטראנישע ציגארן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל