היינט זענען ארויסגעקומען מער דעטאלן איבער די שוידערליכע שיסעריי וואס איז נעכטן פארגעקומען אין לאס וועגאס, און אצינד שטייט די צאל פאטאליטעטן ביי 59 טויטע  און ארום 500 וועלכע ווערן באהאנדלט אין שפיטעלער, צענדליגע פון זיי אין א קריטישע צושטאנד.

אין די שטונדען זינט די אטאקע טוט זיך אמעריקע באקענען מיט יעדע איינע פון די אומגעקומענע, אנגעהויבן פון יונגע קינדער אין זייערע צענדליגע יארן, און געענדיגט מיט זיידעס און באבעס וועלכע זענען געקומען פארברענגען מיט זייערע אייניקלעך, מיליטערישע וועטעראנען, פאליציי אפיצירן, און אזוי אויך קומען ארויס העעראישע געשיכטעס פון אזעלכע וועלכע האבן זיך איינגעשטעלט דאס לעבן פאר אנדערע, און טייל פון זיי האבן באצאלט דערפאר מיט׳ן אייגענעם לעבן.

פון די אנדערע זייט קומט אויך ארויס מער דעטאלן איבער דעם גרויזאמער מערדער סטיבען פעדקאק א 64 יעריגער פענסיאנירטער געמבלער, וועלכע זיין פאמיליע זאגט אז ער איז מולטי-מיליאנער וועלכער האט געמאכט געלט פון ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס. דער מערדער האט געהאט א פייער אויסטויש מיט די איינהייט וואס איז געקומען אים אפשטעלן, און נאכדעם וואס ער האט זיך געשאסן האבן זיי געדארפט אראפברעכן דעם טיר פון זיין שטוב.

אין זיין שטוב האבן זיי געטראפן אן אויסוואהל פון 19 ביקסן און רעוואלווערס, טייל פון זיי געווענליכע און טייל פון זיי סעמי-אויטאמאטישע און אויטאמאטישע, אין זיין היים האט ער פארמאגט נאך 23 שטיקלעך געווער. נעוואדע איז איינע פון די סטעיטס ווי א סעמי-אויטאמאטישע רייפעל איז נישט פארבאטן, און עס איז לייכט עס צו פארוואנדלן פאר אן אויטאמאטישן ביקס. אזוי אויך איז געפונען געווארן אויפרייס מאטריאל אין זיין צימער און אין זיין קאר.

די שיסעריי האט פון פריש אויפגעברענגט די אלטע דעבאטע איבער גאן קאנטראל, א גאר האקעלע טעמע, אבער געזעצגעבער אין וואשינגטאן האלטן זיך אפ פון טון דערין וויבאלד עס איז דא א גאר מאכטפולע גאן לאבי וואס באגייעט זיך מיט אגרעסיווע טאקטיקן פאר יעדע געזעצגעבער וואס שטעלט זיך קעגן גאנס. פרעזידענט טראמפ - וועלכע האט געקריגן 50 מיליאן דאלער פון די גאן לאבי - האט געזאגט אז די אטאקע וועט ווארשיינליך ברענגען א דעבאטע איבער גאן קאנטראל.

די רעפובליקאנער האבן שוין פרובירט צו אוועקדרייען דעם שמועס און פאול רייען האט געזאגט אז עס פארלאנגט זיך צו טון מער איבער גייסטישע געזונט, וויבאלד די מערהייט פון מאסן שיסערייען ווערט אויסגעפירט דורך גייסטיש צורודערטע פארשוינען, אבער דאס ערקעלערט נישט פארוואס אמעריקע האט די מערסטע שיסערייען ווי יעדע איינציגע לאנד אין די וועלט. א לעצטע אנקעטע צייגט אז 54 פראצענט אמעריקאנער שטיצן שטרענגערע גאן געזעצן.

בילד: צאל אומגעקומענע אין לאס וועגאס שיסעריי שטייט ביי 59



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל