דער שפאנישער קעניג איז ערווארטעט היינט צו אויפטרעטן מיט א גאר זעלטענע אדרעס פאר׳ן פאלק רופנדיג פאר פאראייניגונג נאך די שווערע געשעענישן אין די לעצטע טעג ווען פילע הונדערטער קאטאלאניער איינוואוינער זענען ברוטאל צושלאגן געווארן דורך די שפאנישע פאליציי, א זאך וואס האט נאר מער געמוטיגט די סעפאראטיסטישע באוועגונג פון קאטאלאניע און הונדערטער טויזנטער מארשירן איבער די שטעט פון קאטאלאניע צו רופן פאר זעלבסשטענדיגקייט און זיך צו אפרייסן פון די צענטראל רעגירונג אין מאדריד.

זיין אדרעס קומט אין א צייט ווען די אויפברויז אין קאטאלאניע איז אנגעקומען צו געפארפולע שטאפלן, און הונדערטער טויזנטער פראטעסטירער טוען גענצליך פאראליזירן בארצעלאנע, די הויפט שטאט פןו קאטאלאניע, און די הויפטקווארטירן פון די פעדעראלע פאליציי איז ארומגערינגלט מיט טויזנטער פראטעסטירער וועלכע ווילן זיך אפרעכענען מיט זיין פאר די ברוטאלע האנדלונג. אין די לעצטע טעג האבן די פראטעסטן גאר שטארק צושטערט די טאג טעגליכע לעבן אינעם ראיאן און די אויטאריטעטן זענען באזארגט עס זאל נישט פארוואנדלט ווערן אין טויטליכע ראיאטן.

בילד: הונדערטער טויזנטער באטייליגטע ביי שטורמישע פראטעסטן אין קאטאלאניע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל