די כאמאס און פאטאח פראקציעס אינערהאלב די פאלעסטינער פירערשאפט זענען שוין לאנגע יארן געשוואוירענע פיינט, און ספעציעל אין די לעצטע צען יאר פון ווען חאמאס האט איבערגענומען קאנטראל פון עזה און פארטריבן פון דארט די פאטאח באאמטע, און אזוי אויך האבן זיי אונטערגעגראבן אונטער די פאלעסטינער אויטאריטעט אינעם מערב ברעג. די אינטערנאציאנאלע געמיינדע טוט שוין לאנג רופן פאר די פאלעסטינער פראקציעס זיך צו פאראייניגן כדאי ביי די שלום געשפרעכן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער זאלן די פאלעסטינער פארטרעטן אלע פאלעסטינער און נישט בלויז איין פראקציע.

בלויז מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער עגיפטישער פרעזידענט אל-סיסי גערופן פאר די פאלעסטינער זיך צו פאראייניגן פונעם פאדיום פון די פעלקער פאראיין ביי זיין רעדע פארנט פון די גענעראל פארזאמלונג. און אין די לעצטע וואכן זענען פארגעקומען אינטענסיווע געשפרעכן צווישן די גרופעס ביז עס איז אויסגעהאמערט געווארן א פארשטענדעניש צווישן די צוויי, און זיי האבן געמאלן אויף א פאראייניגונג פון די צוויי רעגירונגען, און פון היינט און ווייטער וועט סיי די מערב ברעג און סיי עזה זיין אונטער די הערשאפט פון א פאראייניגטע רעגירונג. אין די פארגאנגענהייט זענען אזעלכע פרואוון עווענטועל דורכגעפאלן, אבער די פאלעסטינער דריקן אויס אפטימיזם אז דאסמאל איז עס שוין פערמענאנט.

צום ערשטן מאל זינט 2014 איז אפגעהאלטן געווארן א קאבינעט זיצונג ווי עס האבן זיך באטייליגט אינאיינעם פארשטייער פון פאטאח און חאמאס, און די פאלעסטינער אויטאריטעט האבן דערמיט איבערגענומען די ציווילע פירערשאפט פון די עזה פאס, אין די צייט וואס די מיליטערישע פירערשאפט און זיכערהייט קרעפטן בלייבן איבער אין די הענט פון די חאמאס טעראר גרופע. די איבערגאנג פון די הערשאפט ווערט קאארדינירט און אבזערווירט דורך די עגיפטישע רעגירונג וועלכע האט אין די לעצטע מאנאטן אנגעקניפט נענטערע באציאונגען מיט חאמאס. די אמעריקאנער רעגירונג האט באגריסט די פאראייניגונג אבער האט פארלאנגט אז די נייע רעגירונג זאל אנערקענען אין מדינת ישראל.

בילד: פאלעסטינער פראקציעס פאראייניגן זיך אין היסטארישער שלום



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל