די אייסיס טעראר גרופע האט היינט פארעפנטליכט א ווידיא אין וועלכע עס ווערן געזען אנגעבליך צווי רוסישע זעלנער וועלכע אייסיס האלט אין געפענגעניש, די רוסישע רעגירונג און מיליטער האט אבער אפגעלייקנט אז עס האנדלט זיך פון אירע זעלנער. אין די צוויי טוען זיך די רוסישע בירגער אידענטיפיצירן אלס זעלנער און זאגן אז זיי זענען געכאפט געווארן אין געפענגעניש אין לויף פון א קאנטער אטאקע וואס אייסיס האט דורכגעפירט קעגן די רוסישע קרעפטן אין די א-זור געגענט אין סיריע. די רוסישע רעגירונג האט נישט אנגעגעבן מער דעטאלן איבער ווער עס זענען די רוסיש רעדנדע פארשוינען אים ווידיא אויב זייער געשיכטע איז נישט ריכטיג.

בילד: אייסיס געט ארויס ווידיא פון רוסישע זעלנער אין געפענגעניש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל