וואשינגטאן – באו בערגדאל, דער אמעריקאנער סאלדאט וועלכער איז געווען פארכאפט דורך די טאליבאן פאר פינף יאר נאכדעם וואס ער איז אנטרינען פון זיין מיליטערישער באזע אין אפגאניסטאן, האט נעכטן זיך דערקלערט שולדיג אויף קלאגעס אז ער האט בכוונה דעזערטירט און האט זיך אויפגעפירט אומפאראנטווארטליך. בערגדאל איז באפרייט געווארן נאכדעם וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט אויסגעארבעט אן אויסטויש מיט די טאליבאנער, דערמיט וואס די טאליבאנער האבן באקומען פינף טעראריסטן וועלכע זענען געווען ארעסטירט אין גואנטאנאמא בעי, אין אויסטויש פאר'ן באפרייען בערגדאל. בערגדאל האט געהאלטן אין איין שרייען נאך זיין באפרייאונג אז ער איז פשוט פארלוירן געווארן און אז ער האט זיך פארבלאנדזשעט, אבער די ארמיי האט געזאגט אז ער האט בכוונה דעזערטירט און איז אומלעגאל אנטלאפן פון זיין מיליטערישער באזע אין אפגאניסטאן, און אצינד האט בערגדאל זיך דערקלערט שולדיג, ווארשיינליך צוליב א דיעל וועלנדיג אויסמיידן א שווערן טורמע אורטייל. ער שטייט אבער נאך אלץ אויס לעבנסלענגליכע טורמע, פאר'ן איינשטעלן די לעבנס פון זיינע קאלעגע זעלנער.

בילד: דעזערטירער בערגדאל דערקלערט זיך שולדיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל