וואשינגטאן – א פרישער סקאנדאל קאכט זיך אין אמעריקע, נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז א גרופע קאנגרעסלייט האבן פאראויסגעשטופט א געזעץ וועלכע האט געמאכט אוממעגליך פאר דער פעדעראלער דראג ענפארסמענט אגענטור צו באקעמפן א טויטליכע פארשפרייטונג פון "אָפּיאיד" מעדיצינען וועלכע זענען געפארפול און "עדיקטיוו", טראץ וואס זיי ווערן לעגאל פראדוצירט. דאס געזעץ איז באשטעטיגט געווארן דורך קאנגרעס מיט א צייט צוריק, און עס ברענגט אז די פעדעראלע באאמטע קענען נישט קאנפיסקירן פארדעכטיגטע מעדיצין שיפמענטס פון לעגיטימע פארמאסוטיקל פירמעס. אן אויספארשונג פונעם "וואשינגטאן פאוסט" צייגט אז די גרופע קאנגרעסלייט וועלכע האבן געהאלפן דורכפירן דאס געזעץ, האבן באקומען גרויסע קאמפיין ביישטייערונגען פון פארמאסוטיקל פירמעס. צווישן די קאנגרעסלייט איז טאם מארינא, רעפובליקאנער פון פענסילוועניע, וועמען טראמפ האט נאמינירט פאר א הויכער פאזיציע אנצופירן די "נאציאנאלע דראג קאנטראל פאליסי" אפיס, און אלס רעזולטאט פון די אויפדעקונגען, האט טראמפ געזאגט אז ער טראכט איבער מארינא'ס נאמינאציע.

בילד: קאנגרעס געשטערט קאמף קעגן אָפּיאידס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל