לואיזיאנא – א מאסיווע אקציע איז נעכטן איבער'ן טאג אנגעגאנגען, צו טרעפן אן ארבעטער וועלכער איז פארלוירן געגאנגען בשעת אן אויפרייס ביי אן אויל פראדוקציע פלאטפארמע אין לואיזיאנא. דער אויפרייס האט פאסירט שפעט זונטאג ביינאכט אויף אן אויל פלאטפארמע אין דער פאנטשארטרעין טייך אין לואיזיאנא, בעת אכט מענטשן האבן זיך געפונען דערויף, און זעקס פון די ארבעטער זענען שווער פארוואונדעט געווארן אינעם אויפרייס. פייערלעשער האבן באוויזן שנעל אפצושטעלן א ליניע פון נאטורליכע גאז וועלכע האט געפיטערט די העלישע פלאמען אויף דער פלאטפארמע, און נאך א קורצע צייט האט מען איינגעזען אז איינער פון די ארבעטער זענען פארשוואונדן, און די שאנסן אז ער זאל געפונען ווערן לעבעדיג זענען נעכטן איבער'ן טאג געווארן זייער שמאל. די קאוסט גארד, לאקאלע פאליציי און פון טעקסאס, האבן נעכטן געזוכט אין די וואסערן פונעם טייך, אבער אן ערפאלג, און מען גלייבט אז ער איז אריינגעפאלן אין וואסער בשעת'ן אויפרייס.

בילד: אויפרייס אויף לואיזיאנא אויל פלאטפארמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל