מאנהעטן – דער טשעלסי באמבארדירער, אכמעד ראכימי, איז געפונען געווארן שולדיג אויף אלע קלאגעס קעגן אים. ראכימי האט דורכגעפירט די באמבארדירונג אין טשעלסי, מאנהעטן, אין סעפטעמבער יאר 16' פון וועלכע דרייסיג זענען פארוואונדעט געווארן, נאכדעם וואס די ערשטע באמבע וואס ער האט אונטערגעשטעלט אין סיסייד, ניו דזשערסי האט נישט געברענגט קיין פארוואונדעטע, און א דריטע באמבע האט בכלל נישט אויפגעריסן. א דזשורי אין מאנהעטן האט אים נעכטן אינדערפרי דערקלערט שולדיג אויף אלע קלאגעס, און עס דערווארט אים די מעגליכקייט פון לעבנסלענגליכע טורמע. ראכימי שטייט נאך אבער דערווייל אויס א פראצעס איבער דער שיסעריי וואס ער האט דורכגעפירט אויף ניו דזשערסי פאליציי אפיצירן, וועלכע זענען אים געקומען ארעסטירן אפאר טעג נאך דער אטאקע, ווען ער האט זיך באהאלטן אין א לאקאלן רעסטוראנט.

בילד: טשעלסי באמבארדירונג טעראריסט געפונען שולדיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל