וואשינגטאן – געזונטהייט אקטיוויסטן האבן גערופן פאר א פרישע פעדעראלע אויספארשונג אויף נוירסינג היימען איבער'ן לאנד, אלס רעזולטאט פון די טראגעדיע וואס האט פאסירט אין פלארידע נאך האריקעין אירמע, וואו צוועלף עלטערע לייט זענען אומגעקומען צוליב פארנאכלעסיגונג פון די איינגעשטעלטע, וועלכע האבן נישט זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין געהעריג עירקאנדישאן אינעם היים. פלארידע גאווערנאר ריק סקאט האט שוין מיט עטליכע וואכן צוריק דערקלערט אז די ספעציפישע נוירסינג היים וואו די טראגעדיע האט פאסירט מוז זיך אפשפארן אויף צייטווייליג פאר א גרונטליכע אויספארשונג איבער וואס עס האט פאסירט, ווען די 12 עלטערע לייט זענען געלאזט געווארן אין ביטערע היצן, און מיט עטליכע טעג צוריק האט מען געהערט אז די פירער פון די האליוואד הילס ריהעב צענטער האבן געמאלדן אז זיי וועלן אפשפארן אויף אייביג, און זיי האבן אויפגעזאגט זייערע 245 איינגעשטעלטע.

בילד: רוף פאר נוירסינג היימען אויספארשונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל